Corpus of Spoken Yiddish in Europe

קאָרפּוס פֿון דער ייִדישער שמועסשפּראַך אין אײראָפּע

דער קאָרפּוס פֿון דער ייִדישער שמועסשפּראַך אין אײראָפּע (קישאָ) איז אַ דיגיטאַלישער אַרכיװ פֿאַר פֿאָרשערס, סטודענטן, לערערס און אַלע אַנדערע װאָס װילן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער גערעדטער ייִדישער שפּראַך פֿון פֿאַרן חורבן. דער קאָרפּוס באַשטײט פֿון אינטערװיוען מיט ייִדן װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, אין װידעאָ־ און אױדיאָ־פֿאָרמאַט, צוזאַמען מיט טראַנסקריפּטן אין ייִדישן אַלף־בית און אין טראַנסליטעראַציע.

דאָ װעט מען דערקלערן די צילן פֿונעם פּראָיעקט און איבערגעבן דעם באַניצער די נײטיקע אָנװײַזונגען.